דעם פרייטאג האט טראמפ ארויסגעווארפן פון זיין אדמיניסטרציע סטיוו בענאן, א גאר מאכטפולע פיגור אין די טראמפ קאמפיין און דער הויפט סטראטעגיסט אין ווייסן הויז. אין די לעצטע וואכן איז אנטשטאנען א שטארקע ריס צווישן בענאן און פארשידענע אנדערע באאמטע אין די אדמיניסטראציע, הויפטזעליך דשערעד קושנער און דער פינאנציעלע ראטגעבער גערי כהן, וועמען בענאן טוט אנרופן ״אינטערנאציאנאליסטן״ און באשולדיגט זיי אין נישט מיטגיין מיט די פרינציפ וואס מען האט אוועגעשטעלט פון ״אמעריקע ערשט״. די אנגעצויגנקייט איז פארארגערט געווארן נאכדעם וואס בענאן האט געגעבן אן אינערוויו פאר די פרעסע און אפענערהייט גערעדט איבער אינערליכע אנלעגנהייטן פון ווייסן הויז.

באלד נאכדעם וואס ער איז אפגעזאגט געווארן פון ווייסן הויז איז ער צוריקעגעגאנגען צו זיין אלטע ארבייטספלאץ, נעמליך צו די ״ברייטבארד״ ניייעס קוואל, ווי ער האט צוריקגענומען זיין פאזיציע אלס רעדאקטער, בענאן האט באלד ביים ארויסגיין קלאר געמאכט אז ער וועט אצינד ארבייטן צו פארריכטן דאס ווייסע הויז פונדרויסן, און פירן א קאמפ קעגן די אדמיניסטראציע פאר׳ן נישט נאכקומען די קאמפיין צוזאגן פאר די ארבייטער קלאס. בענאן האט געזאגט פאר די פרעסע אז ״עס איז נאכנישט געווען אזא צוטיילטע אדמינסטראציע אין די היסטאריע״ און רעדט זיך אפ אז די אדמיניסטראציע איז איבערגענומען געווארן דורך דעמאקראטן און אינטערעסן גרופעס און זיי דינען מער נישט די אינטרעסן פון די ארבייטער קלאס וואס האט געהאלפן טראמפ ערוויילט ווערן.

בילד: סטיוו בענאן פארשפרעכט ״נוקלאערע קריג״ צו פארבערסערן די טראמפ אדמינסטראציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל