נאכדעם וואס די סיטואציע מיט צפון קארעא האט זיך רעלאטיוו בארואיגט האט די רעזשים ווידער באנייעט איר געפארפולע רעטאריק און ווידער געסטראשעט אז זי וועט זיך נישט אפהאלטן פון נוצן מיליטערישע מאכט קעגן אמעריקע אויב אמעריקע האלט אן אירע מיליטערישע טרענירונגען אויפן קארעא האלב-אינזל. די מאסיווע טרענירונגען ווערן אפגהאלטן הויפטזעכליך צווישן די מיליטערן פון אמעריקע און דרום קארעא. די טרענירונגען טוען סטימולירן א אויסזיכט פון אן אטאקע דורך צפון קארעא. צפון קארעא באטראכט שוין לאנג די יערליכע טרענירונגען אלס א געפאר פאר איר עקזיסטענץ, אין איר סטעיטמענט האט צפון קארעא געזאגט אז די טרענירונגען לייגן צו אויל צום ברענענדיגן פייער. די טרענירונגען היי יאר וועלן ארייננעמען 17,500 אמעריקאנער טרופן, א גרויסער פראצענט פון דעם דרום קארעא מיליטער, און אויך זעלנער פון אויסטראליע, קאנאדע, קאלאמביע, דענמארק, ניו זילאנד, האלאנד און ענגלאנד.


בילד: צפון קארעא באנייעט מלחמה דראאונגען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל