דער אמעריקאנער נעיווי שיף ״דשאן מ׳קעין״ איז געווען פארמישט אין א שווערע צוזאמענשטויס אינעם פאסיפישן ים נעבן סינגאפור, דאס איז שוין די צווייטע אזא אינצידענט אין די לעצטע צוויי מאנאטן. די ערשטע באריכטן געבן אן איבער 5 פארוואונדעטע און נאך 10 וועלכע פעלן, וואס מיינט אז זיי זענען ווארשיינליך אומגעקומען. די שיף האט זיך צוזאמענגעשטויסן מיט א אויל טאנקער וועלכע איז געשווימען אונטער די ליבעריער פאן, די אויל טאנקער איז גרעסער פונעם מיליטערישן שיף און עס האט אנגעמאכט שווערע שאדן צו די שיף און אומגעברענגט די מאטראזן. דאס קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס די מיליטער האט פארענדיגט איר איבערזיכט פון די פאריגע אינצידענט מיט אן אנדערע מיליטערישע שיף פון די זעלבע באזע וואס האט פאסירט דעם יוני, אין ליכט פון די באריכט זענען עטליכע אפיצירן אפגעזאגט געווארן צוליב פארנאכלעסיגקייט און עס בלייבט איבער צו זעהן אויב דא האט זיך אויך געהאנדלט פון א מענטשליכע גרייז וועלכע האט געפירט צו די טראגעדיע.

בילד: פאטאלע צוזאמענשטויס פון אמעריקאנער מיליטערישע שיף

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל