לאמיר יא רעדן דערפון!

"העבר אין, העתיד עדיין, ההוה כהרף עין, דאגה מנין?"

  • שרעק און אנגעצויגנקייט איז בעצם א נאטורליכע און וויכטיגע זאך פאר די בריאה. ענגזייעטי-דיסארדערס באדייט: עקסטרעמע שרעק, זארג און דאגות.
  • אן ערך פון 18% ערוואקסענע מענטשן ליידן פון אן ענעקזייעטי פראבלעם. דאס איז א כמעט 5 פראצענט פון דער באפעלקערונג.
  • ענקזייעטי קומט אפט אינאיינעם מיט דעפרעסיע און אנדערע מענטל-העלט פראבלעמען.
  • רוב מענטשן וואס ליידן פון איין ענקזייעטי-אישו פארמאגן נאך אן ענקזייעטי-אישו.
  • 2 פון יעדע 3 מענטשן וועלכע ליידן פון אנגעצויגנקייט-אישוס זענען פרויען. דאס באדייט אז פרויען זענען אויסגעשטעלט צו ליידן דערפון צוויי מאל אזויפיל פון מענער.

עס זענען פאראן עטליכע סארט ענקזייעטי-דיסארדערס. אין די קומענדיגע וואכן וועלן מיר דורכגיין אלע סארט ענקזייעטי-דיסארדערס, זייערע נעמען און סימפטאמען.

מענטאל געזונטהייט, צום הערן


Mental challenge, accepted

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל