קאנעטיקוט – א קלאגע לויטעט אז די "פאולענד ספרינג וואסער" פירמע פארפירט אירע קאסטומערס מיט אירע סטיקערס, וועלכע זאגן אז די באטלעך אנטהאלטן "הונדערט פראצענט נאטורליכע ספרינג וואסער" וועלכע קומט פון דער סטעיט מעין. די אנקלאגע איז א "קלעס עקשאן" לאו-סוט, וואס באדייט אז דאס ווערט אריינגעגעבן דורך עטליכע מענטשן און גרופעס אויפאמאל, און ס'איז אריינגעגעבן געווארן אין א פעדעראלן דיסטריקט געריכט אין קאנעטיקוט, מיט דער טענה אז די פאולענד ספרינג וואסער ערפולט נישט די פעדעראלע רעגירונג'ס סטאנדארטן צו קענען ווערן אנגערופן "ספרינג" וואסער, וואס "ספרינג" באדייט אז זיי קומען פון נאטורליכע אונטערוואסער קוועלער, וויבאלד עס ווערט אויך אריינגעמישט אנדערע סארט וואסער אין די פאולענד ספרינג וואסער באטלעך. די לאו-סוט קומט אין א צייט ווען די "נעסטלי וואטערס", די פירמע וועלכע פארפיגט אויף פאולענד ספרינג, זוכט זיך אויסצוברייטערן און באקומען באשטעטיגונג צו נוצן עטליכע נייע פובליק וואסער קוועלער אין די סטעיט מעין, צו ערפולן דעם שטייגנדן געברויך פון געבאטלטע טרינק וואסער.

בילד: קלאגע קעגן פאולענד ספרינג וואסער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל