אייאווע – אין די נאאנטע טעג דערווארט מען א שווערן טורמע אורטייל אויף א פארשוין וועלכער ווערט באטראכט אלס איינער פון די גרעסטע לאטעריע שווינדלער אין היסטאריע. די רעדע איז פון עדי טיפטאן, וועלכער האט געארבעט צען יאר אין דעם "מולטי סטעיט לאטערי אסאסיעשאן" אפיס אין צענטראל אייאווע, וואס איז באשטאנען פון קאמפיוטער טעכניקער וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט און באשיצט דעם ספעציעלן קאמפיוטער סיסטעם וועלכע וועלט אויס פון זיך אליינס די געווינער ציפערן פון פילע לאטעריעס איבער'ן לאנד, אן דעם וואס ס'זאל ווערן באאיינפלוסט דורך א מענטש אויסצואוועלן ספעציפישע ציפערן. אבער אן דעם וואס עמעצער זאל וויסן, האט טיפטאן אנגעהויבן מאניפולירן די קאמפיוטערס, עס פראגראמירט מיט ספעציפישע ציפערן פאר לאטעריעס אין עטליכע סטעיטס, דערנאך איז ער געגאנגען איינקויפן די ספעציפישע לאטעריע ציפערן אין די סטעיטס און ער האט אזוי אנגעהויבן געווינען איין לאטעריע נאכ'ן צווייטן, מאכנדיג זיכער ס'זאל זיין גענוג ווייט פון אייאווע, אז זיינע קאלעגעס זאלן עס נישט באמערקן. צווישן 05' און 15', האט טיפטאן אנגעזאמלט מער ווי 2 מיליאן דאלאר אין לאטעריע געווינסן, און זיין ארבעטסגעבער האט אים נאכמער געהויבן אין ראנג, נישט וויסנדיג וואספארא באנדיט ער איז. עווענטועל האט מען אים געכאפט אין יאר 15', און זיין פראצעס האט זיך געצויגן ביז יעצט, און די פראקורארן פארלאנגען 25 יאר טורמע.

בילד: עדי טיפטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל