בילד: טראמפ וועט מעלדן נייע אפגאניסטאן סטראטעגיע

וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט געמאלדן אז היינט 9 אזייגער ביינאכט וועט פרעזידענט טראמפ אדרעסירן דאס לאנד און ער וועט מעלדן א נייע סטראטעגיע וויאזוי די אמעריקאנער רעגירונג און דאס מיליטער וועט פאראויסגיין אין אפגאניסטאן, נאכדעם וואס מ'געפינט זיך שוין דארטן ארום זעכצן יאר און דערווייל זעט מען נישט אז מ'זאל האבן עררייכט לאנגטערמיניגע סוקסעס. אין לויף פון די לעצטע מאנאטן האט טראמפ סיגנאליזירט, אז ער וויל מ'זאל ארויסציען אלע טרופן פון דארטן, אבער פון דער אנדערער זייט האט ער געזאגט אז ער וועט אויסהערן וואס די גענעראלן רעקאמענדירן, און דזשעימס מעטיס, דער פענטאגאן הויפט, האט נעכטן געזאגט אז טראמפ האט געמאכט דעם פאסיגן באשלוס איבער אפגאניסטאן'ס צוקונפט, אבער מעטיס האט נישט געזאגט וואס דאס איז. פון איבער'ן לאנד וועט מען מיטהאלטן מיט גרויס דערווארטונג דעם פרעזידענט'ס מעלדונג און די רעאקציעס פון ביידע פארטייען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל