וואשינגטאן – אצינד אז סטיוו בענאן איז אינדרויסן פון ווייסן הויז און צוריק ביי די לייצעס פון דער קאנסערוואטיווער "ברייטבארט ניוז", האט ער באלד זיך גענומען צו דער ארבעט פון קעמפן קעגן די מער-מעסיגע באאמטע אינערהאלב דער טראמפ אדמיניסטראציע, מיט'ן ציל זיי צו באשמוצן און ברענגען אז פרעזידענט טראמפ זאל פארלירן אין זיי צוטרוי. דאס האט מען געזען נעכטן פון צוויי ארטיקלען וועלכע האבן דאמינירט די העדליינס אויפן וועבסייט פון "ברייטבארט". דער ערשטער ארטיקל איז געווען געצילט אראפצורייסן טראמפ'ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער עיטש אר מעקמעסטער, שרייבנדיג אז מעקמעסטער האט א צייט צוריק אינדארסירט א בוך וואס דער מוסולמענער אמעריקאנער זעלנער יוסעף אנין האט געשריבן, און אינעם בוך רעקאמענדירט אנין אז יעדער אמעריקאנער זעלנער וועלכער פארשעמט איסלאם, זאל געצווינגען ווערן אפצוהאלטן אן "אנטשולדיגונג צערעמאניע" און קושן דעם קוראן. דער צווייטער ארטיקל איז געווען א ליסטע פון "זעקס מאל וואס טראמפ האט באליידיגט דזשעראד קושנער און איוואנקא טראמפ, און די מידיא איז געוואויר געווארן דערפון". דער ארטיקל רעכנט אויס 6 מאל וואס די מידיא האט באריכטעט איבער קושנער'ס אומצופרידנהייט מיט טראמפ, וואס דערמיט טוט ברייטבארט אומדירעקט באשולדיגן אז דזשעראד און זיי פרוי זענען די וועלכע ליעקן ארויס צו דער מידיא.

בילד: בענאן הייבט אן קאמף דורך ברייטבארט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל