וואשינגטאן – סטיוו בענאן, וועמען טראמפ האט ארויסגעווארפן פון זיין פאזיציע אלס ווייסער הויז הויפט סטראטעגיסט, איז ארויסגעקומען און אויסגעקלארט אז די באריכטן וועלכע צייגן אז ער האט "דערקלערט נוקלעארע קריג" קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע, זענען בכלל נישט ריכטיג, נאר ער האט "דערקלערט קריג" לטובת פרעזידענט טראמפ, און ער וועט ארבעטן צו באקעמפן דעם פרעזידענט'ס שונאים אין דער מידיא, אין קאנגרעס, אין וואשינגטאן און איבער'ן לאנד. פרעזידענט טראמפ האט אויך אין א מעסעדזש אויסגעדרוקט צופרידנהייט איבער די נייעס אז בענאן איז צוריק אויף זיין פאזיציע אלס פירער פון דער קאנסערוואטיווער "ברייטבארט ניוז", שרייבנדיג אז "פעיק ניוז דארף א קאנקורענט", און בענאן איז דער פאסיגער אנצופירן דעם קאנקורענט. די פרישע באריכטן און סטעיטמענטס צייגן אז בענאן איז ארויס פון דער טראמפ אדמיניסטראציע אויף גוטע טערמינען מיט'ן פרעזידענט, טראץ וואס ס'איז נאך אלץ נישט קלאר גענוי פארוואס טראמפ האט אים ארויסגעווארפן.

בילד: בענאן קלארט אויס "קאמף" קאמענטארן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל