קאליפארניע – א לאקאלער רב אין קאליפארניע דערציילט אז פארנט פון זיין שוהל האבן עטליכע אנאנימע נישט-אידישע שכנים אראפגעשטעלט א גרויסע וואזע בלומען מיט א שיינעם פאזיטיוון מעסעדזש. ר' יוסף טיפענברוין הי"ו, רב פון שטאטישן שוהל אין פאסיפיק ביעטש, קאליפארניע, דערציילט אז ווען ער איז אנגעקומען פאריגע וואך איין אינדערפרי צו עפענען דעם שוהל, האט ער געטראפן אויף די שטיגן די בלומען מיט א קארטל, און דערין איז געשטאנען, "איר זענט אונזער שכן. דאס איז אייער לאנד. איי-עמ-סארי". ר' יוסף הי"ו זאגט אז די בלומען און דער פאזיטיווער מעסעדזש קומט אין רעאקציע צו די שאנדפולע אנטיסעמיטישע נעא-נאצי מארשן וואס מען האט געזען מיט א וואך צוריק אין שארלוטסוויל, ווירדשיניע, וואס צווישן די פארשידענע לאזונגען וואס די ראסיסטן האבן געשריגן האט מען קלאר געקענט הערן, "אידן וועלן אונז נישט ערזעצן" און אנדערע אפענע אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס. ווארשיינליך, האבן עטליכע נישט-אידישע שכנים געוואלט בארואיגן די פאסיפיק-ביעטשער אידן און זיי מאכן שפירן ווייטער וועלקאם.

בילד: ר' יוסי טיפענברוין הי"ו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל