אריזאנע – דריי יוגנטליכע האבן זיך דערקלערט שולדיג אויף "קרימינאלע שאדנס" קלאגעס איבער דעם וואס זיי האבן וואנדאליזירט א מנורה און עס פארוואנדלט אין א האקנקרייץ סימבאל. דער אינצידענט האט פאסירט פארלאפענעם יו"ט חנוכה, ווען א אידישע פאמיליע האט ארויסגעשטעלט א היימיש-געמאכטע מנורה פון אייזערנע רערן און אויפשטייענדיג איין אינדערפרי האבן זיי עס געפונען אינעם פארעם פון א האקנקרייץ. נישט לאנג נאכ'ן אינצידענט, האבן די אויטאריטעטן ארעסטירט דריי יוגנטליכע פאראנטווארטליכע, און אצינד איז ארויסגעקומען קעגן זיי דער אורטייל, וואס נעמט אריין אז זיי וועלן דארפן טאן דרייסיג שטונדן "קאמיוניטי סערוויס" און וועלן אויך דארפן שרייבן אן אנטשולדיגונגס בריוו פאר דער אידישער פאמיליע און זיי שיקן אן אומפובליצירטע סומע געלט. באזונדער האט דער ריכטער געזאגט, אז די דריי וועלן זיך מוזן טרעפן מיט א אידישן מלחמה איבערלעבער צו הערן פון אים זיינע איבערלעבענישן ביי דער קריג, צו פארשטיין בעסער דעם באליידיגנדן באדייט פונעם האקנקרייץ, און וועלן דערנאך מוזן אפשרייבן אן עסיי איבער'ן האלאקאוסט.

הוסף רשומת תגובה