קאבול – א גרופע פון טאליבאנער און אייסיס קעמפער האבן זיך פאראייניגט לעצטנס אין טיילן פון אפגאניסטאן, און זענען פאראנטווארטליך פאר א ברוטאלער אטאקע אין וועלכע 36 אפגאנער בירגער זענען אומגעקומען. דער באריכט קומט פון דער יו-ען, וועלכע זאגט אז די טעראריסטן זענען איבערגעפאלן דאס שטעטל מירזא אולאנג אין צפון אפגאניסטאן, און האבן דורכגעפירט א ברוטאלע מאסן מארד, וואס די אפגאנער אויטאריטעטן האבן געזאגט אז 62 זענען אומגעקומען, און דערווייל זענען בלויז 36 קערפער אנטדעקט געווארן אין א מאסן קבר וואס די טעראריסטן האבן געגראבן אין א פארזוך צו באהאלטן זייערע ברוטאליטעטן. צווישן די אומגעקומענע זענען געווען א מערהייט ציווילע און אזעלכע אפגאנער זעלנער וועלכע האבן שוין געהאט אראפגעלייגט זייערע וואפנס און אויפגעגעבן דעם קאמף – וואס די יו-ען זאגט אז דאס איז קלאר "מלחמה פארברעכנס" און זי קלערט צו ברענגען אזעלכע קלאגעס קעגן די טאליבאן צום אינטערנאציאנאלן געריכט. א ווארטזאגער פאר דער טאליבאן האט געלייקנט די באריכטן.

בילד: אייסיס און טאליבאן אין ברוטאלן יד אחת

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל