שפאניע – אויטאריטעטן אין שפאניע האבן געמאלדן אז זיי האבן אוועקגעשטעלט גרויסע בלאקאדעס און טשעק-פוינטס ביי עטליכע גרעניץ פונקטן, מיט דער האפענונג צו כאפן יונאס אבו-יאקואב, דער פארשוין וועלכער ווערט באטראכט אלס מייסטער-קאפ און דרייווער פון דער קאר טעראר אטאקע וואס האט פאסירט דאנערשטאג אין בארצעלאנא – אבער די אויטאריטעטן אנערקענען אז ס'איז שטארק מעגליך אז ער האט באוויזן זיך ארויסצוגליטשן פון זייערע הענט און איז אנטלאפן אריבער דער גרעניץ קיין פראנקרייך. באזונדער זאגן די פראקורארן און קאנטער-טעראריזם אויספארשער, אז ווי עס זעט אויס, האט דער טעראר צעל געהאט פלאנירט ווייטערדיגע און פיל מער טויטליכע טעראר אטאקעס, באזירט אויפ'ן פאקט אז זיי האבן געהאט געדונגען דריי ווייסע אויטאס, און האבן פארמאגט 120 קאנעס פון כעמיקאלן און פארשידענע גאזן. די פראנצויזישע רעגירונג האט געזאגט אז זיי שטייען גרייט צו העלפן די שפאנישע אויטאריטעטן מיט'ן טרעפן דעם געזוכטן טעראריסט.

בילד: מ'זוכט ווייטער בארצעלאנא טעראריסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל