קארעא – היינט וועלן זיך אנהייבן די יערליכע מיליטערישע טרענירונגען אויפן קארעא האלב-אינזל, הויפטזעכטליך צווישן די מיליטערן פון אמעריקע און דרום קארעא. די טרענירונגען, וועלכע זענען באקאנט אלס "מלחמה שפיל" טרענירונגען וויבאלד עס טרענירט די זעלנער צו זיין גרייט אין פאל פון אן אטאקע פון א פיינטליך לאנד, קומען היי יאר אין א צייט פון גאר ערנסטע אנגעצויגנקייט צווישן דער קאמוניסטישער צפון קארעא און די פאראייניגטע שטאטן, מיט סטראשונקעס איבער א נוקלעארע קריג. צפון קארעא באטראכט שוין לאנג די יערליכע טרענירונגען אלס א געפאר פאר איר עקזיסטענץ, און נעכטן האט טאקע צפון קארעא געזאגט אז די טרענירונגען לייגן צו אויל צום ברענענדיגן פייער. די טרענירונגען היי יאר וועלן ארייננעמען 17,500 אמעריקאנער טרופן, א גרויסער פראצענט פון דעם דרום קארעא מיליטער, און אויך זעלנער פון אויסטראליע, קאנאדע, קאלאמביע, דענמארק, ניו זילאנד, האלאנד און ענגלאנד.

בילד: מלחמה שפיל טרענירונגען אין קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל