אלבאני – ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומאו'ס גרעסטע אינפראסטרוקטור פראיעקט פון זיין קאדענץ, די 4 ביליאן דאלערדיגע נייע טאפאן-זי בריק, וועלכע גייט טראגן דעם נאמען פון זיין פאטער מאריא קאומאו, גייט זיך טיילווייז עפענען די וואך פרייטאג. די בריק וועט זיך עפענען פאר מערב-דירעקציע טראפיק (וועסטבאונד), און די צווייטע העלפט בריק ווערט דערווארט צו זיין פארטיג אויף קומענדיגן פרילינג. דער פראיעקט, וועלכע ווערט באטראכט אלס איינס פון די גרעסטע פובליק אינפראסטרוקטור פראיעקטן וועלכע זענען יעצט אונטערוועגנס אין די פאראייניגטע שטאטן, איז אונטערגענומען געווארן אין יאר 13' נאכ'ן זיך פארציען לאנגע יארן צוליב פאליטישע געפעכטן איבער דער פאנדינג פאר דער נייער בריק, און ס'עפנט זיך פריער ווי מען האט געהאט געפלאנט. ווען די בריק וועט זיין אינגאנצן פארטיג, ציענדיג זיך דריי מייל לאנג, וועט עס פירן מער ווי פופציג מיליאן אויטאס יערליך.

בילד: נייע טאפאן-זי בריק גייט זיך אט עפענען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל