ניו יארק – יא, ס'זענען געווען עטליכע שווערע טעג אויפן סטאק מארקעט ענדע פאריגע וואך, אבער נאך אלץ שטייט דער סטאק מארקעט ביי רעקארד הויכקייטן און פילע אנאליסטן זאגן אז דאס איז א קלארע אנדייטונג איבער דער ערהוילטער עקאנאמיע און איבער'ן פאזיטיוון עקאנאמישן צוקונפט אין אמעריקע. אבער ריטשארד באוען, א געוועזענער עקזעקיוטיוו אין "סיטי באנק", האט נעכטן אין אן אינטערוויו געזאגט אז ער האט אנאליזירט אלע גרויסע פירמעס וואס זייערע סטאקס זענען געוואקסן זינט'ן 08' קראך, און ער האט געזען אז פירמעס האבן געשפענדעט קאלעקטיוו נאענט צו פיר טריליאן דאלאר צוריקצוקויפן זייערע אייגענע סטאקס אין די לעצטע 9 יאר, און דאס איז זייער נישט קיין גוטער סימן. באוען דערקלערט אז א געזונטער סטאק מארקעט איז ווען אינוועסטירער זענען גענוג קאנפידענט איבער דער עקאנאמיע און איבער א ספעציפישער פירמע, אז זיי נעמען ארויס געלט פון טאש און קויפן סטאקס, און ווי ס'זעט אויס, איז דער יעצטיגער מארקעט נישט קיין געזונטער, וויבאלד די וואוקס און נאכאנאנדע אפקויפונגען פון סטאקס געשעט נישט ווייל דרויסנדיגע אינוועסטירער זענען קאנפידענט, נאר די פירמעס קויפן אליינס צוריק זייערע סטאקס, מורא האבנדיג אז אויב זייערע סטאקס ליגן צו לאנג אומפארקויפט, וועט דאס שיקן שלעכטע סיגנאלן. באוען זאגט אז אין אנדערע ווערטער באדייט דאס א שרעקליכער "באבל", און ער ווארנט אז ס'קען קראכן יעדע ליאדע מינוט.

בילד: פארוואס איז דער מארקעט אזוי הויך?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל