לאנדאן – הונדערטער בריטישע בירגער און גרופעס האבן נעכטן געשטורעמט, נאכדעם וואס עס האט זיך ארומגעדרייט א נייעס באריכט וועלכע האט געלויטעט אז די לאנדאנער מוניציפאלע אויטאריטעטן גייען טוישן דעם נאמען פונעם היסטארישן "ביג בען" זייגער. דער זייגער גייט יעצט אריבערגיין א 4 יעריגע רענאוואציע, און דער ארטיקל אין דער "ראטשדעיל העראלד" צייטונג האט געלויטעט, אז ווען די רענאוואציעס וועלן זיין פארטיג, וועט דער גרויסער זייגער געטוישט ווערן פון איר ביז יעצטיגן נאמען "גרויסער בען", צו "מאסיווער מוכאמעד", מיט'ן ציל צו סימבאליזירן דעם פאקט אז לאנדאן איז א שטאט וואו אלע רעליגיעס ווערן אקצעפטירט און רעספעקטירט – און נאכמער, האט דער ארטיקל באריכטעט, אז אנשטאט סתם קלינגען מיט גלאקן יעדע שטונדע, וועט דער זייגער קלינגען מיט דעם מוסולמענער רוף צו זייערע פרעפלערייען. א גרופע וועלכע רופט זיך "בריטיש פיפעל פוירסט" האט ליארעמט און פארשפראכן אז זיי וועלן דאס נישט צולאזן, און מען האט געזען ענליכע הונדערטער שטורמישע קאמענטארן, אבער וואס די אלע פארפירער האבן פארזען, איז דער פאקט אז די "ראטשדעיל העראלד" צייטונג איז נישט מער ווי "פעיק ניוז"... ס'איז א צייטונג מיט דירעקט-פיקטיווע און סאטירישע געשיכטעס, און דערווייל וועט "ביג בען" פארבלייבן מיט איר אריגינעלן נאמען.

בילד: א שטורעם איבער מאסיווער מוכאמעד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל