די שפאנישע פאליציי האבן געמאלדן אז זיי האבן באוויזן צו אומברענגען דעם טעראריסט וועלכער האט דורכגעפירט די אטאקע אין בארצעלאנע וועלכע האט אומגעברענגט 13 מענטשן. ער איז געכאפט געווארן ארום 45 מייל אינדרויסן פון בארצעלאנע אין א גאז סטאנציע, ער האט געהאט א פאלשע אויפרייס גארטל ארום זיין קערפער און פרובירט צו שטעלן א ווידערשטאנד און איז באלדיג דערשאסן געווארן.
באלד נאך די אטאקע האבן די שפאנישע פאליציי אויפגעשטעלט ארום 800 וואך פונקטן ארום די ראיאן פון קאטלאניע און געעפנט א מאסיווע זוכעריי פאר דעם טעראריסט וואס האט דורכגעפירט די טויטליכסטע אטאקע וואס שפאניע האט געזען די לעצטע יארן.
דער 22 טעראריסטן יוסעף אבו-יאיקוב האט פארמאגט אויך מאראקאנער בירגערשאפט און עס איז נישט געווען באקאנט אויב ער געפונט זיך נאך אין די גרעניצן פון שפאניע. און עס זענען געווען שפעקולאציעס אז ער איז אריבערגעאנגען די גרעניץ קיין פראנקרייך.
דער טעראריסט איז געווען א טייל פון א טעראר צעל פון 12 טעראריסטן, וואס די שפאנישע אויטאריטעטן זאגן אז עס איז שוין געווארן אויפגעלעזט נאכדעם וואס אלע אירע מיטגלידער זענען ארעסטירט אדער אומגעברענגט געווארן. די פאליציי טוט נאך דערווייל טאפן אין די פינסטערניש איבער די פראגע אויב די טעראר צעל פון מאראקאנער אימיגראנטן איז געווען פארבינדן צו אויסערליכע טעראר גרופעס אדער האבן געארבעט אויף די אייגענע האנט.
אויטאריטעטן זאגן אז די פאקטישע טעראר אטאקע איז געווען פיל קלענער ווי די ארגינעלע פלאן וואס די טעראריסטן האבן געהאט, און א גאר ערנסטע טראגעדיע איז פארמיטן געווארן א דאנק א אויפרייס וואס איז פארגעקומען א נאכט פאר די אטאקע אין א וועירהאוז ווי די באמבעס זענען געווארן אנגעגרייט, א אויפרייס אין וועלכע איינער פון די מיטגלידער אינעם טעראר צעל איז אומגעברענגט געווארן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

הוסף רשומת תגובה