אין ליכט פון די שווערע שטאב-שניט וואס רוסלאנד האט ארויפגעצווינגען אויף די אמעריקאנער אמבסאדע אין מאסקווע האט די ארטיגע אמבאסאדע געמאלדן אז זיי וועלן גענצליך אויפהערן צו געבן באזוכער וויזעס פאר רוסישע בירגער, א זאך וואס וועט שווער עפעקטירן הונדערטער טויזנטער רוסן וועלכע קומען יערליך קיין אמעריקע און קען לייגן א שטארקע דרוק אויף די רוסישע רעגירונג צו צוריקטרעטן פון זייער שריט צו איינצוימען די שטאב אינעם אמבאסאדע. אדער קען עס ברענגען א קעגנזייטיגע שריט פון נקמה דורך רוסלאנד און געזעצגעבער אין די רוסישע דומא האבן שוין אויפגעברענגט א געזעץ וואס זאל טון דאס זעלבע פאר אמעריקאנער בירגער וועלכע ווילן קומען קיין רוסלאנד און נאך ענליכע שריט וועלכע קענען גאר שטארק דערקייקלן די קריזיס צווישן די צוויי לענדער, אבער דער רוסישער אויסערן מיניסטער האט היינט אין א פרעסע קאנפרענעץ וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין עגיפטן געזאגט אז ״רוסלאנד וועט זיך נישט נוקם זיין אין אמעריקאנער בירגער״. די אמעריקאנער מיסיע אין רוסלאנד געט ארויס ארום 190,000 וויזעס יערליך, און די רוסישע אמבאסאדע אין אמעריקע געט ארויס ארום 95,000 וויזעס פאר אמעריקאנער בירגער וואס באזוכן רוסלאנד.

בילד: אמעריקאנער אמבאסאדע אין מאסקווע וועט נישט ארויסגעבן קיין וויזעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל