היינט איז א גאר היסטארישע טאג פאר אסטראנאמער, צום ערשטן מאל זינט 1918 טוט זיך א ״טאטאלע״ ליקוי החמה אויסשפרייטן איבער גאנץ אמעריקע, דאס היינדי געשעעניש איז א שטארקע זעלטנהייט און הונדערטער טויזנטער האב זיך געגערייט דערצו, עס נאכט זיך יעדע פאר יאר א ליקוי החמה דורך דעם וואס די לבנה טוט זיך שטעלן צווישן די זון און אונזער פלאנט, אבער עס איז א זעלטענע זאך אז עס ווערט געזען איבער גאנץ אמעריקע. די ליקוי איז געזען געווארן פון איבעראל אויף פארשידענע שטאפלן, און אין טייל פון די דרום שטאטן איז געווען א הונדערט פראצענטיגע ליקוי החמה וואס באדייט אז עס איז געווארן ווי נאכט אינמיטן טאג. פון איבער גאנץ אמעריקע זענען הונדערטער טויזנטער געפארן צו די דרום שטאטן צו מיטהאלטן די זעלטענע געשעניש, דאס לענגסטע וואס די טאטאלע ליקוי החמה האט אנגעהאלטן אויף איין ארט איז 2 מינוט און 40 סעקונדעס. די ליקוי האט אנגעהויבן אין ארעגאן 9:06 אינדערפרי און האט געענדיגט 4:06 אין סאוט קאראליינע. עס איז געווען די ערשטע טאטאלע ליקוי החמה וואס איז געזען געווארן אין אמעריקע זינט 1991.

בילד: היסטארישע ליקוי החמה (עקליפס) וועט געזען ווערן היינט איבער גאנץ אמעריקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל