מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן געשיקט א מעסעדזש צו אירע שכינות'דיגע לענדער, אז זיי זאלן זיין רואיג איבער די געפלאנטע מאסיווע מיליטערישע איבונגען וואס דאס רוסישע מיליטער וועט דורכפירן אום סעפטעמבער. די איבונגען, וועלכע קומען פאר יערליך, אבער וועלן היי יאר זיין אויף א גרויסן פארנעם, האבן געברענגט ערנסטע זארגן ביי פוילן, ליטע, לאטוויע און אוקראינע, אז דאס רוסישע מיליטער וועט נוצן די טרענירונגען אלס א פארשפיל וויאזוי צו אינוואדירן איינס פון די דערמאנטע לענדער. די זארג איז נישט אומזיסט, ווייל אין די לעצטע יארן האט שוין רוסלאנד גענוצט די סארט איבונגען אלס א צודעק פאר אומלעגאלע מיליטערישע אפעראציעס, אריינגערעכנט איר אינוואזיע אין גרוזיע מיט נאענט צו צען יאר צוריק, און אירע נאכאנאנדע מיליטערישע שריט אין אוקראינע – אבער אלעקסאנדער פאמין, רוסלאנד'ס דעפיוטי פארטיידיגונגס מיניסטער, האט נעכטן געזאגט אין א מעסעדזש צו נאטא מיליטערישע באאמטע, אז די מערב וועלט און רוסלאנד'ס שכנים האבן גארנישט וואס מורא צו האבן.

בילד: רוסלאנד בארואיגט שכינות'דיגע לענדער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל