בילד: אלע אפציעס גרייט קעגן צפון קארעא

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן, אין א שארפן מעסעדזש, רעאגירט צו צפון קארעא'ס פרישע מיסיל פראבע, וועלכע זי האט דורכגעפירט דורכ'ן ארויסשיסן א מיסיל דירעקט העכער יאפאן. טראמפ האט געזאגט אז די וועלט האט "קלאר און הויעך" באקומען צפון קארעא'ס מעסעדזש מיט דעם מיסיל העכער יאפאן, און אז "אלע אפציעס זענען אויפ'ן טיש", נישט אויסשליסנדיג די מעגליכקייט אז אמעריקע וועט אונטערנעמען א באמבארדירונג קעגן צפון קארעא. טראמפ האט אויך נעכטן גערעדט טעלעפאניש צום יאפאנעזער פירער, שינזא אבעי, און פארשפראכן אז אמעריקע שטייט זיי צו דער האנט אינעם אנגייענדיגן קריזיס. באזונדער האט מען נעכטן געהערט די מעגליכקייט אז אמעריקע וועט ארויפשטעלן אן אויל עמבארגא אויף צפון קארעא, וואס באדייט אז לענדער וועלן נישט טארן פארקויפן קיין אויל פאר צפון קארעא, אבער א טראמפ אדמיניסטראציע באאמטער האט געזאגט אז דערווייל איז דאס נישט אויפ'ן טיש, ווייל ס'וועט פארקריפלען די צפון קארעא עקאנאמיע און די אומשולדיגע בירגער וועלן ליידן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל