טעהראן – די איראנער רעגירונג האט אוועקגעמאכט א פארלאנג וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט ארויסגעשטעלט, אז יו-ען אינספעקטארס זאלן אריינגעלאזט ווערן צו אונטערזוכן איראנ'ס מיליטערישע באזעס. פרעזידענט טראמפ איז אויסגעשפראכן קעגן דעם נוקלעארן דיעל וואס אמעריקע האט געשלאסן מיט איראן, און טראמפ'ס יו-ען אמבאסאדאר, ניקי העילי, האט מיט עטליכע טעג צוריק געלייגט דרוק אז די יו-ען'ס "אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור" זאל פארלאנגען אז איראן זאל געבן צוטריט פאר אירע אינספעקטארס צו באזוכן איראנ'ס מיליטערישע באזעס – וואס עקספערטן זאגן אז דאס איז מעגליך טראמפ'ס וועג וויאזוי צו פארזיכערן אז דער נוקלעארער אפמאך ווערט פון זיך אליינס בטל, ווייל איראן וועט קיינמאל נישט מסכים זיין צו געבן צוטריט צו אירע באזעס, און אמעריקע וועט באשולדיגן אז איראן פארלעצט דעם דיעל. נוקלעארע עקספערטן זאגן אז ס'איז מעגליך אז איראן טוט שטילערהייט ווייטער פראדוצירן נוקלעארע וואפנס, נאר אנשטאט אין אירע ביז יעצטיגע איינריכטונגען, פראדוצירט זי עס אין אירע מיליטערישע באזעס. איראן'ס אפיציעלער ווארטזאגער האט נעכטן געזאגט אז דער אמעריקאנער פארלאנג איז "א נארישער חלום".

בילד: איראן: קיין צוטריט צו אונזערע באזעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל