בארא פארק – נעכטן האבן ניו יארק סיטי פייער באאמטע פובליצירט מער אינפארמאציע איבער דער אנגייענדיגער אויספארשונג וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן דאס טראגישע פייער אין וועלכע א חרדי'שע פארפאלק ע"ה איז ל"ע אומגעקומען, און ווי ס'שטעלט זיך ארויס, האט זיך דאס פייער אנגעהויבן פון א פעלערהאפטיגן "גריל" מאשין, וועלכע איז געלעגן אין דער טאראסע פונעם הויז. דער "גריל" האט אינמיטן דער נאכט געשאסן עטליכע פונקען, וועלכע האבן זיך שנעל אנגעכאפט אין די העלצער פון דער טאראסע, און פון דארטן זיך פארשפרייט ווייטער, פארכאפנדיג דאס גאנצע הויז אין די העלישע פלאמען. באזונדער האט מען נעכטן געהערט א באנייעטן קאמפיין דורך לאקאלע פאליטישאנס און עסקנים, אז יעדער זאל אראפנעמען געציילטע מינוט און אונטערזוכן די "סמאוק דעטעקטארס" אין שטוב, צו מאכן זיכער אז זיי ארבעטן ווי געהעריג, ווייל, ווי די פייער באאמטע זאגן, סמאוק דעטעקטארס, וועלכע פונקציאנירן הונדערט פראצענטיק, ראטעווען לעבנס.

בילד: אורזאך פון טראגישן בארא פארק פייער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל