אונגארן – א מאנומענט וועלכע פאראייביגט דעם זכרון פון אידישע שקלאף ארבעטער וועלכע זענען דערמארדעט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג, איז וואנדאליזירט געווארן. דער מאנומענט, וועלכע באשטייט פון צענדליגער מארמאר שטיינער אינעם פארעם פון מציבות, איז אוועקגעשטעלט געווארן אין יאר 08' אינעם שטעטל באלף, נישט ווייט פון בודאפעסט, אין זכרון פון די הונדערטער אונגארישע אידן וועלכע זענען אומגעקומען אין די טויט-מארשן לענגאויס עסטרייך, נאכדעם וואס זיי האבן געארבעט ביטער שווערע ארבעט אונטער די נאציס, וואס דער דעמאלטדיגער אונגארישער אינערן מיניסטער גאבאר וואזשנא האט "פארבארגט" די אידן פאר די נאציס ימ"ש פאר שקלאפן ארבעט. עטליכע פון די צענדליגער שטיינער זענען געפונען געווארן אראפגעווארפן אויף דער ערד, און ווי די לאקאלע פאליציי זאגן, זעט עס אויס קלאר ווי עמיצער האט עס אראפגעווארפן, נישט אז ס'איז סתם אראפגעפאלן.

בילד: "טויט מארשירער" מאנומענט וואנדאליזירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל