וואשינגטאן – א באריכט נעכטן האט געזאגט אז פרעזידענט טראמפ איז געווען שטארק אויפגעברויזט איבער דער שוואכער באטייליגונג ביי זיין מאסיווער ראלי אין פיניקס, אריזאנע פאריגע וואך. דער באריכט צייגט אז ווען טראמפ האט בעפאר זיין רעדע מיטגעהאלטן די נייעס דעקונג פונעם גרויסן זאל, וואו די ראלי איז אפגעהאלטן געווארן, האט ער געזען אז גרויסע שטיקער פונעם זאל זענען ליידיג, און ער איז אריינגעפאלן אין א שלעכטע גוסטע. עווענטועל ווען טראמפ האט גערעדט, איז דער גרויסער זאל שוין געווען גענצליך אנגעפילט, אבער טראמפ האט זיך נישט געקענט בארואיגן איבער די ליידיגע בילדער וואס ער האט געהאט געזען, און נישט לאנג נאך דער רעדע האט ער געלאזט וויסן פאר דזשארדזש זשיזשיקאס, אן "אווענט פלאנירער" פון דער רעפובליקאנער פארטיי, אז ער וועט מער קיינמאל נישט באקומען די געלעגנהייט צו אראנזשירן טראמפ'ס ראליס. זשיזשיקאס האט אין לויף פונעם קאמפיין ארגאניזירט אלע סוקסעספולע ראליס פאר טראמפ, האפן טראמפ'ס נאענטע שטילערהייט אז טראמפ בארואיגט זיך און ערלויבט זשיזשיקאס יא ווייטער צו אראנזשירן זיינע ראליס.

בילד: טראמפ געברויזט איבער אריזאנע ראלי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל