וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס סעקרעטאר פון די פעדעראלע ענווייראמענטאלע פראטעקשאן אגענטור, סקאט פרואיט, איז אונטער אויספארשונג פונעם "אינספעקטאר דזשענעראל" אינערהאלב דער אגענטור, נאכדעם וואס א גרופע קאנגרעסלייט האבן באשולדיגט אז פרואיט פארט צופיל אהיים צו זיין היימשטאט אקלעהאמע, נוצנדיג שטייערצאלער געלטער פאר זיינע רייזעס. טראוועל דאקומענטן, וואס אקטיוויסטן האבן דערויף געלייגט א האנט דורך א "פרייהייט פון אינפארמאציע" פארלאנג, צייגן אז פרואיט איז שוין ארומגעפארן 92 טעג אויף פארשידענע רייזעס, און 43 דערפון האט ער פארברענגט אין זיין היימשטאט, און די אויספארשער ווילן דערגיין צי פרואיט האט מעגליך מיסבאנוצט שטייערצאלער געלטער. די פילע רייזעס צו זיין היימשטאט, האט אויך געברענגט שפעקולאציעס אז פרואיט פלאנירט אפצוטרעטן פון זיין אמט אין דער טראמפ אדמיניסטראציע, און לויפן פאר א סענאט זיץ אין אקלעהאמע.

בילד: טראמפ קאבינעט מיטגליד אויסגעפארשט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל