וואשינגטאן - א גרענד דזשורי אין וואשינגטאן די-סי האט נעכטן אנגעקלאגט 19 פארשוינען אין פארבינדונג מיט א ווילדן איבערפאל אויף פרידליכע פראטעסטירער קעגן דעם טערקישן פרעזידענט ערדאגאן מיט 3 חדשים צוריק. דער איבערפאל איז דורכגעפירט געווארן דורך עטליכע טערקישע זיכערהייט אגענטן און אנדערע געדונגענע זיכערהייט וועכטער וועלכע האבן באשיצט ערדאגאן ביי זיין דעמאלטדיגן באזוך אין וואשינגטאן. ווידעאס פונעם געשלעג, פארנט פון דער טערקישער אמבאסאדע אין וואשינגטאן, פון וועלכע 9 אמעריקאנער פראטעסטירער זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט לייכטע וואונדן, האט געפירט צו אן אויספארשונג, וואס האט געברענגט די וואשינגטאן פאליציי צום אויספיר אז די טערקישע וועכטער זענען פשוט אזוי איבערגעפאלן די פראטעסטירער, אן קיין שום פראוואקאציע. צווישן די 19 אנגעקלאגטע, זענען 15 פון זיי טערקישע בירגער, און בלויז 2 זענען אונטער ארעסט.

בילד: קלאגעס איבער טערקישן איבערפאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל