קאליפארניע – "אובער" האט געמאלדן אז זי גייט אפשטעלן א קאנטראווערסיאלן איינפיר דורך וועלכע זי האט געקענט מיטהאלטן באוועגונגען פון א פאסאזשיר, אפילו שוין נאכדעם וואס דער פאסאזשיר איז ארויס פונעם קאר. די ספעציעלע טעכנאלאגיע איז געווארן אריינגעשטעלט אין אובער'ס אפליקאציע מיט 10 מאנאטן צוריק, אז יעדער דרייווער, וועלכער האט אפגענומען א פאסאזשיר, האט געקענט מיטהאלטן וואו דער פאסאזשיר גייט און קומט, פאר גאנצע פינף מינוט נאכ'ן אראפלייגן דעם פאסאזשיר. אריגינעל איז די אפציע פון "טרעקינג" געווען בלויז איינגעשטעלט אויף אובער, כדי דער דרייווער זאל קענען טרעפן דעם פאסאזשיר בשעת ער וויל אים אפנעמען צו פירן אויף זיין באשטימטע רייזע, אבער זי האט דאס געהאט געטוישט אז די אובער אפליקאציע זאל מיטהאלטן דעם פאסאזשיר'ס באוועגונגען אפילו נאכדעם וואס ער איז שוין ארויס פונעם טעקסי קאר – ארויסרופנדיג גרויס קריטיק. יעצט האט אובער אפגעשטעלט די קאנטראווערסיאלע טרעקינג.

בילד: אובער שטעלט אפ קאנטראווערסיאלע טרעקינג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל