וואשינגטאן – די פארבעסערטע אמעריקאנער עקאנאמישע אומשטענדן פון די לעצטע צייטן, האבן פארבעסערט די אלגעמיינע שטימונג און גוסטע ביים אמעריקאנער קאנסומער, און אלס רעזולטאט האט זיך די באפעלקערונג’ס קאנפידענץ אין דער עקאנאמיע געהויבן צום צווייטן העכסטן שטאפל זינט יאר 00’. גוטע געפילן איבער דער עקאנאמיע, נייע בעסערע דזשאבס ציפערן און דער פאקט אז ארבעטסלאזיגקייט האלט ביי א זעכצן יאריגע נידריגקייט, אין צוגאב צו איינגעהאלטענע אינפלאציע, הייזער-ווערד וואוקסן און סטאק מארקעט העכערונגען, האבן געהויבן די קאנסומערס שטימונג צו 122.9 פון 120 אין יולי. דעם קאנסומער-באורד’ס גינסטיגער קאנפידענץ-אינדעקס ציפער איז אין שפאן מיט אנדערע ענליכע קאנסומער קאנפידענץ-שטודיעס פון דער "אוניווערסיטעט פון מישיגען" און פון בלומבערג’ס "קאנסומער-קאמפארט אינדעקס", וועלכע האבן ענליך געוויזן אז די סענטימענטן האבן זיך באדייטנד געהויבן אין אויגוסט.

בילד: קאנסומער קאנפידענץ ביי הויכע שטאפלען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל