ניו יארק סיטי – א 22 יעריגער איינוואוינער אין קווינס איז ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן אים געכאפט ביים פרובירן זיך אנשליסן אין דער אייסיס טעראר גרופע. דער פארשוין, פארוואזש אכמעד, איז דעפארטירט געווארן צוריק קיין אמעריקע פון סאודי אראביע, נאכדעם וואס ער האט פרובירט אריבערצופארן פון סאודי אראביע קיין סיריע, און ניו יארק סיטי פאליציי באאמטע זאגן אז בעפאר אכמעד האט זיך ארויסגעלאזט אויף זיין רייזע קיין אויסלאנד מיט עטליכע טעג צוריק, האט ער געלאזט א געשריבענעם מעסעדזש פאר זיין פאמיליע, זאגנדיג "איך האב אייך פרובירט צו לערנען. זייט מיר מוחל." פאליצייאישע פארשער האבן אויך געטראפן ביי אים בילדער און פראפאגאנדע פון אייסיס, אריינגערעכנט בילדער פון ברוטאלע אייסיס מערדערייען. עס דערווארט אים הארבע קלאגעס אין ברוקלין פעדעראלע געריכט, און אויב וועט ער געפינען ווערן שולדיג אויף די קלאגעס, שטייט ער אויס די מעגליכקייט פון לעבנסלענגליכער טורמע.

בילד: קווינסער ארעסטירט צוליב אייסיס סימפאטיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל