טעקסאס – די איינוואוינער אין יוסטאן, טעקסאס האלטן נאך אינמיטן ארויסקריכן פונעם כאאס פון האריקעין הארווי, און מ'הערט אז ס'וועלן נאך זיין עטליכע טעג פון רעגן שטורעמס, אבער ריעל עסטעיט אנאליסטן האבן שוין אנגעהויבן אפשאצן וואספארא אפעקט הארווי וועט האבן אויפ'ן יוסטאן ריעל עסטעיט מארקעט. מאליסע מיעמס, א לאקאלער יוסטאנער ריעל עסטעיט בראוקער, האט נעכטן צעלייגט עטליכע פונקטן איבער'ן אפעקט אויף דער לאקאלער ריעל עסטעיט, און לויט ווי זי זאגט קען מען דערווארטן אז מארקעט פרייזן פון הייזער אין די באטראפענע געגנטער וועלן זיכער פאלן אין די קומענדיגע 5 יאר, אבער דערנאך וועלן זיי זיך צוריק הייבן, ווייל יוסטאן איז באקאנט אלס אן עקאנאמיש-געזונטע סיטי. אויך זאגט מיעמס אז זי דערווארט נישט אז א סאך איינוואוינער זאלן זיך אוועקציען צו אנדערע שטעט און מער נישט צוריקקומען (ווי מען האט געזען פילע אזעלכע פעלער נאך האריקעין קאטרינע אין ניו ארליענס אין יאר 05'), ווייל א גרויסער פראצענט יוסטאנער זענען לאנגיעריגע היים אייגנטימער, וואס באדייט אז זיי קענען ארויסנעמען "עקוויטי" געלטער פון זייערע פראפערטיס און דאס נוצן ארויסצוהעלפן מיט דעם איבערבוי, בעת אוועקציען זיך און קויפן א נייע היים ערגעץ אנדערש, איז פיל מער קאסטבאר.

בילד: האריקעין הארווי'ס ריעל עסטעיט אפעקט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל