וואשינגטאן – די "אקסיאס" נייעס אגענטור האט פובליצירט אן אינטערעסאנטן אנאליז, אין וועלכע זיי פרעגן די פאלגנדיגע פראגע: ווען אלע אויטאס אויף אמעריקאנער שאסייען וועלן זיך שוין דרייוון אליינס, וואס וועט פאסירן מיט די אומצאליגע בילבאורד שילדן וועלכע שטייען אין דער זייט פון די שאסייען? מידיא פירמעס האבן ביז היינט זיך געריסן צו באקומען פלאץ אויף די גרויסע בילבאורדס, וויבאלד יעדער דרייווער האלט דעם אויג אויפ'ן שאסיי, און דעריבער זעט מען די רעקלאמעס אינמיטן דרייוון, אבער יעצט אז קיינער וועט שוין נישט זיצן ביים דרייווער'ס זיץ, ווער וועט בכלל קוקן אויף די בילבאורדס? עקסיאס ברענגט עטליכע ענטפערס פון מידיא עקספערטן, וועלכע האבן געזאגט אז די סיטואציע פאר די בילבאורדס וועט נאר פיל בעסער ווערן, ווייל יעצט וועט דער דרייווער קענען זיצן מיט צוזאמגעלייגטע הענט, נאך לענגער קוקן אויף די בילבאורדס און לאזן דעם מעסעדזש, וואס די פירמע וויל ארויסברענגען, בעסער אריינקריכן אין זיין קאפ. ענדי סריאבאס, פון דער "אוטפראנט מידיא גרופע", זאגט אז בילבאורדס וועלן נאר ווערן מער נוצבאר פאר פירמעס, ווייל אויטאס און בילבאורדס וועלן ביידע זיין אזוי פארגעשריטן, אז זיי וועלן קענען קאמיוניקירן איינער מיט'ן צווייטן, און דער מענטש אינעם קאר וועט אריינבאקומען מעסעדזש דירעקט פון דער פירמע וועמענס רעקלאמע מ'איז נארוואס דורכגעפארן.

בילד: וואס וועט פאסירן מיט די "בילבאורדס"?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל