• דערווייל טוען די אויטאריטעטן שאצן אז ארום 40,000 געביידעס אין טעקסאס זענען גענצליך רואינירט פון האריקעין הארווי, אבער עס וועט נעמען א לאנגע צייט צו ריכטיג אפשאצן די מאסיווע שאדנס
  • די האריקעין איז היינט אנגעקומען קיין לואיזיאנע, אבער אין די זעלבע צייט זענען פרישע געגענטער אין טעקסאס געווארן פארפלייצט צוליב דעם וואס דאמבעס האבן זיך איבערגעבראכן, און פילע שעלטערס האבן געדארפט עוועקיואירט ווערן.
  • אויטאריטעטן זאגן אז אמווייניגסטנס 31 זענען שוין אומגעקומען פון די שטורעם און פון די נאכווייען, דורך זיך דערטרענקן, פאלנדע ביימער, פארלירן עלעקטערציטעט פאר לעבנסוויכטיגע מאשינען א.ד.ג. אריינגערעכנט א פאליציאנט וואס איז אומגעקומען דורכאויס די רעטונג ארבייט.
  • עס געפונען זיך יעצט ארום 30,000 מענער פרויען און קינדער צוטיילט אין ארום 230 שעלטערס איבער טעקסאס, און די ציפער שטייגט די גאנצע צייט, אזוי אויך געפונען זיך א ריזיגע צאל מענטשן אין לאקאלע האטעלן און מאטעלן.
  • די שטורעם איז ערווארטעט צו ווערן אפגעשוואכט היינט ביינאכט נאכדעם וואס עס וועט ברענגען שווערע רעגנס אין לואיזיאנע דורכאויס דעם היינטיגן טאג.
  • די שטורעם האט געבראכן די רעקארד פון רעגנס אין די היסטאריע פון אמעריקע, עס איז די ערשטע מאל וואס עס פאלט איבער 51 אינטשעס פון רעגן אין אן איינצעלע שטורעם.
  • פארט ארטור און באומאונט, צוויי שטעט אין טעקסאס מזרח פון יוסטאן, און א טייל פון דשעפערסאן קאונטי, זענען די נאכט שווער באטראפן געווארן. די פרישע פארפלייצונגען האבן דאסמאל באטראפן שעלטערס ווי עס האבן זיך אויפגעהאלטן איינוואוינער פון פארפלייצטע געגענטער.
  • אין די אויבנדערמאטע קאונטי איז נעכטן אליין געפאלן 24 אינטשעס פון רעגן. איינוואוינער באריכטן איבער הארצרייסנדע סצענעס און עטליכע זענען אומגעקומען נאכדעם וואס די הילפס אגענטן האבן נישט געקענט אנקומען צו זיי גענוג באצייטנס.
  • דערווייל טוען די אויטאריטעטן אין לואיזיאנע זאגן אז די שטורעם האט געברענגט מינימאלע שאדן, בלויז ארום 200 איינוואוינער האבן זיך געדארפט עוועקיואירן, און די רעטונג אגענטורן האבן געהאט ארום 20 הילפס רופן אין די צופרי שטונדן.
  • דערווייל ווערט געשאצט אז דורכאויס די שטורעם אין העריס קאונטי, א 1800 סקווער מייל ראיאן וואס נעמט אריין יוסטען, זענען געפאלן איבער א טריליאן גאלאנען פון וואסער וואס האט באדעקט ארום 30 פערצענט פון די קאונטי. א טריליאן גאלאן איז ארום אזויפיל ווי די ניאגרע וואסערפאל גיסט אויס אין 15 טעג.
  • די וואסערן זענען יעצט אין א דורכשניט פון 33 אינטשעס הויעך אין פילע טיילן פון יוסטען און נאך שטעט ארום, אבער די וואסער שטייגט מער נישט, און איז ערווארטעט צו אנהייבן אראפגיין פרייטאג און שבת.
  • צוליב די צושטאנד האט דער יוסטאן מעיאר ארויפגעלייגט א שטרענגע קורפיו און נישט ערלויבט איינוואוינער צו פארלאזן די הייזער נאך נאך האלב-נאכט צוליב דעם וואס די פאליציי איז פארנומען מיט די רעטונג ארבייט, און קען זיך נישט אפגעבן מיט א אויפשטייג אין פארברעכן וואס קומט געווענליך אין אזא צייט.
  • צוויי דאמבעס וועלכע האלטן אפ א ריזיגע רעזערוואר אין העריס קאונטי פון פארפלייצן געגענטער זענען טיילווייז געעפנט געווארן צוליב זארג אז עס זאל זיך נישט איבערברעכן פון די שווערע לאסט, און ארום 4000 הייזער זענען פארפלייצט געווארן, אבער די מיליטער האט געזאגט אז א פיל גרעסערע טראגעדיע איז פארמיטן געווארן דורך דעם.
  • איינע פון די פילע הארצרייסנדע געשיכטעס איז די טראגעדיע פון די סאלדיווער פאמיליע, א זיידע און באבע מיט 4 אור-אייניקלעך וועלכע האבן גענוצט א ווען צו פארלאזן די פארפלייצטע געגענטער, אבער די ווען איז פארשוועמט געווארן, און הערשט נאך זוכענישן איז די ווען אפגעפונען געווארן מיט ליידער 6 קערפער.


בילד: לעצטערע נאטיצן און באריכטן ארום די היסטארישע ״הארווי שטורעם״

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל