די רוסישע מיליטער גרייט זיך אין די טעג צו א מאסיווע און מאכטפולע מושטירונג אין וועלכע עס וועלן זיך באטייליגן 100,000 זעלנער און צענליגע טויזנטער טאנקען און פליגער, די מושטירונג קומט פאר אין ביעלארוס נעבן די גרעניץ פון ליטא און פוילן, א זאך וואס ברענגט אנגסט און זארג ביי די לענדער ארום רוסלאנד אז דאס דינט אלס טרענירונג פאר א מעגליכע אינוואזיע דורך רוסלאנד, און אמעריקע האט טאקע רעאגירט דורך שיקן נאך 600 זעלנער און מיליטערישע עף-16 פליגער צו אירע באזעס אין ליטא.

אין די פארגאנגנהייט האט רוסלאנד גענוצט ״טרענירונגען״ אלס פארבלענדעניש טאקטיק ווען זי האט אינוואדירט גרוזיע און טיילן פון אוקראינע, און די לענדער זענען באזארגט אז רוסלאנד פלאנט א ענליכע שטיקל. אבער מאסקווע האט ארויסגעשיקט א בארואיגונג קאמיניקאט צו די שכנים צו נידערן די זארגן און דער פארטיידיגונג סעקערטאר אלעקסאנדער פומין האט געזאגט אז עס האנדלט זיך פון א רוטינע טרענירונג אפעראציע און קיינער דארף זיך נישט זארגן.

בילד: באלקאן לענדער באזארגט פון מאסיווע מאביליזאציע פון רוסישער מיליטער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל