אין די צייט וואס אין אמעריקע מוטשעט מען זיך מיט די שווערע פארשפלייצונגען אין טעקסאס טוען די איינוואוינער אין מומבאי, די גרעסטע שטאט אין אינדיע, אויך זיך שטארק מוטשען מיט שווערע פארשוועמענישן און פארפלייצונגען וועלכע רואינירן פילע געגענטער און האבן שוין אומגעברענגט אמווייניגסטנס 14 מענטשן. די פארפלייצונגען קומען פון די יערליכע סעזאנאלע מאנסאָן רעגנס וועלכע האבן שוין אין דעם סעזאן אליין אומגעברענגט א געשאצטע 1200 מענטשן אין אינדיע, נעפאל און בענגלאדעש. און עטליכע דערפער זענען געווארן גענצליך אפגעמעקט.

די היי-יעריגע מאנאסאן פארפלייצונגען זענען געווען די ערגסטע וואס מען האט געזען אין פילע יארן, און גאר שווער האט עס באטראפן דעם לענדל ביהער נעבן אינדיע ווי ארום 1.2 מיליאן מענטשן האבן פארלוירן זייערע היימען און ארום 500 זענען אומגעקומען. אין די לעצטע צוויי טעג זענען די שווערע רעגנס און פארפלייצונגען פון די בערג אנגעקומען קיין מומבאי ווי עס האט אנגעמאכט שווערע שאדנס און פאראליזירט די שטאט מיט אירע 20 מיליאן איינוואוינער, און ווי געזאגט אומגברענגט אמווייניגסטס 14, אבער די אויטאריטעטן זאגן אז די קריזיס איז אריבער און די וואסער שטאפלן גייען שוין אראפ.

בילד: 14 טויט אין פארשוועמענישן אין מומבאי אינדיע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל