די מיליטער פון די סירישע רעזשים אינאיינעם מיט די חיזבאלע טעראר גרופע האבן געשלאסן א אפמאך מיט קעמפערישע פראקציעס פון אייסיס אין לבנון צו זיי לאזן אריבערפארן די גרעניץ קיין סיריע זיך צו אנשליסן צו זייער גרופע אין די טעריטאריע וואס ווערט קאנטראלירט דורך זיי. די קאנוואי פון הונדערטער קעמפער זענען געקומען אונטער אמעריקאנער פייער, און די אמעריקאנער מיליטער האט שטארק קריטיקירט דעם פארשטענדעניש, די מיליטערישע ווארטזאגער האבן געזאגט אז זיי האבן בלויז באמבאדירט עטליכע טראקס אינעם קאנוואוי וועלכע האבן אן א צווייפל געטראגן מיליטערישע געצייג.

אונטער די אפמאך זענען 670 אייסיס מיטגלידער און זייערע פאמיליעס ערלויבט געווארן צו פארלאזן א געגענט אין לבנון נעבן די גרעניץ מיט איראק נאכ׳ן ווערן ארומגערינגלט דורך די לעבאנעזער און כיזבאלע קעמפער, זיי וועלן אנקומען צו די דיר-אל-זור פראווינץ אין סיריע, וואס איז נאך פון די לעצט פארבליבענע ראיאנען אין סיריע וועלכע ווערן קאנטראלירט דורך אייסיס. אין אויסטויש האט אייסיס צוריקגעגעבן די קערפער פון 9 לעבאנעזער זעלנער. די אפמאך דינט פאר די כיזבאלע גרופע צו געווינען צוריק זייער פאפולאריטעט אין לבנון ווי זיי זענען שטארק פארפיינטעט צוליב דעם וואס זיי האבן אריינגעשלעפט לבנון אין די סירישע בלאטע.

בילד: אמעריקע באמבאדירט קאנוואי פון אייסיס טראץ פארשטענדעניש מיט סירישע מיליטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל