די פענטאגאן האט געמאלדן אז דער אמעריקאנער מיסיל דעפענס סיסטעם - וואס איז אנטוויקלט געווארן דורך די אמעריקאנער מיליטער אינאיינעם מיט מדינת ישראל - האט סוקסעספול באוויזן צו אראפשיסן א מיסיל וועלכע איז געווארן ארויסגעשאסן נעבן האוואי, די מיסיל איז געווען א מיטל-שטרעקיגע באליסטישע מיסיל. דער קאנטער-מיסיל איז ארויסגעשאסן געווארן פון די דשאן פאול מיליטערישע שיף. די מיסיל איז פארניכטעט געווארן דורך דעם קאנטער-מיסיל סעקונדעס סעקונדעס נאכ׳ן ארויסעשאסן ווערן מיט א שטארקע פונקטליכקייט.

דאס איז די ערשטע אזא סוקסעספולע טעסט אויף א מיטל-שטרעקיגע מיסיל, דאס איז שווערע ווי א לאנג שטרעקיגע מיסיל וויבאלד די מיסיל איז ווייניגער צייט אין די לופט און די דעפענס סיסטעם דארף ארבייטן מיט א אומגעהויערע שנעלקייט. דאס קומט נאך א דורכגעפאלענע טעסט אין יוני, און שיקט גלייכצייטיג א סיגנאל פאר די רעזשים אין נארט קארעא אז אמעריקע פארמאגט נאך אלס א אויבערהאנט ווען עס קומט צו מיסיל קריג, און קען נוצן דעם סיסטעם צו באשיצן אירע איליאירטע אינעם פאסיפישן ראיאן.

דער קאמאנדיר פון די שיף גענעראל סעם גריווס האט געזאגט אז די סוקסעס פונעם סיסטעם איז א היסטארישע ווענדפונקט אין די היסטאריע פונעם אמעריקאנער מיליטער און ברייטערט אויס אירע מיליטערישע מעגליכקייט. ער האט צוגעלייגט אז די מיליטער זוכט צו אוועקשטעלן פערמענאנטע סיסטעמען אין האוואי צו באשיצן אמעריקע אין פאל פון אן אטאקע.

בילד: אמעריקע פירט דורך סוקסעספולע מיסיל דעפענס פראבע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל