פרעזידענט טראמפ האט פריער געעפנט זיין קאמפיין פאר שטייער שניטן מיט א רעדע אין מיזורי אין וועלכע ער האט אפעלירט צו די וויילער אין מיזורי צו לייגן דרוק אויף זייער דעמאקראטישע סענאטארקע מ׳קעטסקילס צו שטימען מיט די רעפובליקאנער איבער שטייער רעפארמען, דאס איז א טייל פון א ברייטערע סטראטעגיע וואס דאס ווייסע הויז האט אונטערגענומען צו לייגן דרוק אויף דעמאקראטן צו שטימען אין סענאט פאר שטייער שניטן וואס דער פרעזידענט גרייט זיך צו פארלייגן. אין די זעלבע צייט איז וויצע פרעזידענט געפארן קיין וועסט ווירדשיניע ווי ער האט זיך געטראפן מיט׳ן דעמאקראטישן סענאטאר ביי א קאנפרענץ פון די טשעמבער אף קאמערץ, דער סענאטאר דשאו מענטשין דארף אנקומען צו די שטיצע פון די טראמפ וויילער אין זיין סטעיט ווען ער לויפט פאר ווידערערוויילונג אין 2018.

דער פרעזידענט האט אין זיין ראלי סטיל רעדע אין מיזורי נישט אנגעגעבן צופיל דעטאלן איבער די איינצעלהייטן פון זיין שטייער רעפארם פלאן, נאר ענדערש גערעדט אין אלגעמיינע טערמינען איבער די וויכטיגקייט פון שטייערן שניטן און אז ער זוכט צו אראפברענגען ביזנעס שטייער צו 15%. און צוגעזאגט צו ברענגען מער דשאבס דורך שניידן שטייערן און האט אויך גערעדט איבער מאכן די שטייער קאוד מער איינפאך. ער האט אבער אנגעדייטעט אז די שניטן וועלן זיין אויך פאר די שפיץ ביזנעסלייט און קארפאראציעס און נישט בלויז פאר מיטל קלאס, א זאך וואס די דעמאקראטן האבן שוין פארשפראכן אז זיי וועלן זיך קעגנשטעלן שניטן וועלכע נעמען אויך אריין די 1% רייכסטע אין אמעריקע.

בילד: פרעזידענט טראמפ לייגט ארויס זיין שטייער שניט אגענדע ביי רעדע אין מיזורי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל