אין די טעג פאר האריקעין הארוויי האט די טראמפ אדמינסטראציע אנולירט רעגולאציעס וועלכע זענען געצילט צו באווארענען קעגן געפארן פון אזעלכע שטורעם׳ס, די אדמינסטראציע איז אבסעסיוו מיט אפשאפן רעגולאציעס - ספעציעל אזעלכע וועלכע האבן א שייכות צו ענוויירמענטאלע צוועקן, און באזונדער די רעגולאציעס וועלכע זענען געשריבן געווארן דורך די אבאמא אדמיניסטראציע - האט אנולירט א אבאמא געזעץ וואס פאדערט אז פעדעראלע פאבליק געביידעס דארפן זיין געבויט בעסער צו קענען אויסשטיין א שווערע שטורעם און דינען אלס שעלטער אין פאל פון פארפלייצונגען.

די אדמיניסטראציע האט אויך געשניטן אינעם לעצטן בודשעט פאנדינג פאר פעדעראלע פראגראמען וועלכע דארפן צושטעלן טרענירונג פאר לאקאלע רעגירונגען וויאזוי צו באהאנדלן שווערע שטורעם׳ס און נאטור קאטעסטראפעס. די פאנדינג האט געזאלט גענוצט ווערן פאר פארשונג איבער די עפעקט פון קלימאט טויש אויף די שטעט וועלכע זיצן נעבן ים, אזוי ווי יוסטען און נאך שטעט וועלכע זענען יעצט עפעקטירט געווארן.

די רעגולאציעס זענען געשריבן געווארן צוליב די שטייגנדיג זארג פון נאטור קאטעסטראפעס וואס קענען זיך מאכן אויך צוליב קלימאט טויש, און דאס איז א טייל פון די באמיאונגען פון די טראמפ אדמינסטראציע צו אויסמעקן יעדע פאליסי וועלכע איז פארבינדען צו קלימאט טויש, און דערמיט דינט די אדמינסטראציע די אינטרעסען פון די אויל לאבי - מיט וועלכע די אדמינסטראציע האט גאר ווארימע און נאנטע באציאונגען - וועלכע זוכן צו לייקענען און פארווישן די פאקטן איבער די פארבינדונגען וואס לופט-פארפעסטיגונג האט צו קלימאט טויש, וועלכע קען ברענגן מיט זיך אפטערע שטורעם׳ס.

בילד: פרעזידענט טראמפ האט געשניטן רעגולאציעס איבער האריקעינס געפאַרן, בלויז טאג פאר הארווי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל