טעקסאס – נעכטן האט פרעזידענט טראמפ אפגעשטאט א באזוך אין טעקסאס, אין שאטן פון האריקעין הארווי, און ער האט זיך געטראפן מיט'ן גאווערנאר גרעג עבאט און אנדערע פעדעראלע און סטעיט באאמטע, הערנדיג פון זיי ערשט-האנטיגע באריכטן איבער די אנגייענדיגע אפעראציעס ארויסצוראטעווען אלע מענטשן פון די פארפלייצטע געגנטער אין יוסטאן און אנדערע טעקסאס שטעט. דער פרעזידענט האט פארשפראכן, אז זיין אדמיניסטראציע איז הונדערט פראצענטיג מיט טעקסאס, און אז די פעדעראלע רעגירונג שטייט גרייט צו העלפן מיט וואס נאר מען דארף.

- נעכטן אין די נאכמיטאג שטונדן, האט האריקעין הארווי זיך נאך אלץ געפונען אין טעקסאס, און איז דערווארט צו באקומען היינט פרישע שטארקייט. אויך וועט זיך עס רוקן נענטער צו לואיזיאנא, וואס דארטן וועט פאלן שווערע רעגן-שטורעמס און עס וועט ברענגען פארפלייצונגען.

- די רעגנס וואס האריקעין הארווי האט דערווייל געברענגט אויף טעקסאס, האט געבראכן א רעקארד, ווען ביי איין שטעטל אין טעקסאס איז געשאצט געווארן אז ס'איז שוין געפאלן אזויפיל ווי 51.88 אינטשעס רעגן, וואס איז די מערסטע רעגן אויפ'ן רעקארד פאר די פאראייניגטע שטאטן.

- נעכטן אינדערפרי האט מען געהערט מיט גרויס דראמא אז א "וואסער שוץ וואנט" אין בראזעריא קאונטי, הארט נעבן יוסטאן, האט זיך איבערגעבראכן, און פארפלייצונג וואסערן האבן אנגעהויבן אריינשטראמען. לאקאלע אויטאריטעטן האבן געשיקט א רויטן אלערט פאר די איינוואוינער "אנטלויפט יעצט!"

- לויט'ן "ניו יארק טיימס" ציילונג, האט דער ציפער פאטאליטעטן פון האריקעין הארווי, געהאלטן נעכטן נאכט ביי דרייסיג, אריינגערעכנט א וועטעראן פאליציי אפיציר וועלכער איז אומגעקומען ביים זיך דערטרענקען אין זיין אויטא, זייענדיג אויף די גאסן צו טון זיין ארבעט פון האלטן ארדענונג.

- דער יוסטאן מעיאר, סילוועסטער טורנער, האט נעכטן נאכט אריינגעשטעלט אין קראפט א "קורפיו" וואס וועט אנהאלטן פאר די קומענדיגע פאר נעכט, אנגעהויבן יעדע נאכט פון 10:00 און געענדיגט 5:00 פארטאגס, אז קיינער זאל זיך נישט דרייען אין די גאסן, צו פארמיידן פלינדערייען און כאאס.

בילד: פרעזידענט טראמפ פארשפרעכט מאקסימום הילף פאר האריקעין געליטענע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל