אהייא – זייער א סאך מאל, ווען מ'באשטעלט א "פענסטער זיץ" אויף א פליגער, שטעלט זיך ארויס אז אנקומענדיג אויפ'ן פליגער דערזעט מען זיך מיט א האלבן פענסטער און א גרויסע שטיק וואנט פונעם פליגער, וויבאלד די זיצן אויף פליגערס זענען אויסגעשטעלט אויף אזא פארנעם, אז נישט אלע זיצן וועלכע לויפן דורך ביי די פענסטערס האבן טאקע קלארע און גאנצע פענסטערס. נו, פארוואס טאקע איז עס אזוי? פארוואס קענען נישט די לופטליניעס אויסשטעלן די פליגער זיצן אויף א פארנעם אז יעדער זיץ ביים פענסטער זאל האבן א געהעריגער גאנצער פענסטער? איינרעדענישן דרייען זיך ארום אז עס האט עפעס מיט זיכערהייט, אבער פארשער פון דער "טודעי איי פאונד אוט" אונטערנעמונג האבן גערעדט צו עטליכע לופטליניעס און פליגער מאנופעקטשורינג פירמעס, און ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט עס מיט געלט. די פירמעס וועלכע בויען גרויסע קאמערציאלע פליגערס דעזיינען עס אויף אזא וועג, אז יעדער זיץ זאל האבן א געהעריגן גאנצן פענסטער, אבער אויף די פליגערס ווערן אינסטאלירט ספעציעלע שינעס, וואס יעדע לופטליניע קען דערנאך אליינס ארומרוקן און ארומטוישן, צו קענען אריינשטופן מער אדער ווייניגער זיצן. רוב לופטליניעס וועלן אויסוועלן צוזאמצודרוקן די פאסאזשירן, כדי צו קענען אריינשטופן מער זיצן, און דעריבער קומט אויס אז א גרויסע פראצענט זיצן האבן נישט קיין פענסטערס, ווייל די זיצן זענען אנדערש ווי עס איז אריגינעל דעזיינט געווארן.

בילד: איך האב געבעטן א "פענסטער זיץ"!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל