מארגן וועט אפגעהאלטן ווערן א סאמיט צווישן דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו און דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, די צוויי וועלן באהאנדלן די לעצטע אנטוויקלונגען אויף די פראנט אין סיריע, אנטוויקלונגען וועלכע טוען דירעקט עפעקטירן מדינת ישראל. די זיצונג קומט אויף די פארלאנג פון נתניהו צוליב דעם וואס ער איז ביי די מיינונג אז אונטער די לעצטע פייער אפשטעל אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן צווישן אמעריקע און רוסלאנד איז מדינת ישראל אונטער געפאר צוליב דעם וואס עס ערלויבט אנוועזנהייט פון איראנער קרעפן ביי די צפון גרעניץ פון מדינת ישראל, די פייער אפשטעל שטעלט זיך דערווייל ארויס צו זיין א סוקסעס אבער אין מדינת ישראל איז מען באזארגט אז דאס טוט דינען די אינטרעסן פון איראן און איר טעראר פליגל חיזבאלע צו פארשטערקערן איר מיליטערישע אינפרוסטרוקטור אין די געגענט.

די סאמיט וועט ווערן אפגעהאלטן אין די שטאט סוטשי און עס וועלן זיך דארט באטייליגן אויסער דעם רוסישן פרעזידענט אויך זיינע מיליטערישע ראטגעבער און דיפלאמאטן, און אויך פון מדינת ישראל קומט א דעלעגאציע פון מיליטערישע און שפיאנאזש באאמטע. נתניהו האט געזאגט פאר׳ן ארויספארן אז ער וועט זאגן פאר פוטין אז די גרינדונג פון איראנער באזעס אין סיריע איז א ״רויטע ליניע״ פאר מדינת ישראל וואס זי קען נישט טאלערירן. אין די לעצטע יארן טוט נתניהו אפהאלטן געשפרעכן יעדע פאר חדשים מיט פוטין וועלכער רעכנט זיך מיט די געברויכן פון מדינת ישראל ווי זיין אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו האט געזאגט ״אונטער יעדע לעזונג אין סיריע וועט רוסלאנד נעמען אין באטראכט די זיכערהייט פון מדינת ישראל״.

 בילד: פרעמיער מיניסטער נתניהו וועט זיך טרעפן מיט פרעזידענט פוטין צו באהאנדלען געפאר פון איראן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל