א שווערע ערד-ציטערניש האט באטראפן דעם רעזארט אינזל איסקיע אין איטאליע, טראץ וואס זי איז געווען בלויז 4 אויפ׳ן ריכטער וואג האט זי געברענגט גאר שווערע שאדנס. הונדערטער געביידעס זענען אומגעפאלן און אמווייניגסטנס צוויי זענען אומגעקומען און נאך צענדליגע פארוואונדעט. די רעטונג ארבייט גייט נאך אן און אין די פרעסע צירוקלירט א וואונדערליכע רעטונג געשיכטע ווען עס איז געלונגען פאר די אגענטן צו ארויסשלעפן דריי ברודער פון אונטער א איינגעפאלענע געביידע א דאנק דעם וואס זיי האבן זיך אויסבאהלטן אונטער א אייזערנע בעט וואס האט זיי באשיצט. דער פאטער איז ארויס פריער, די אפעראציע האט גענומען ארום 14 שטונדן אין וועלכע איטאליע האט זיך געהאלטן געשפאנט צו זען אויב עס וועט געלונגען זיי צו ראטעווען.

בילד: רעטונג ארבייטער ראטעווען דריי ברודער פון אונטער די ברוכווארג נאך ערד ציטערניש אין איטאליע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל