קאנעטיקוט – א שטודיע צייגט אז ווייניגער ווי העלפט פון קליינע בעיביס איבער אמעריקע שלאפן אויפ'ן רוקן, וואס איז די פאזיציע וואס דאקטוירים רעקאמענדירן צו פארמיידן שלאף-פארבינדעטע וואונדן און די טרויעריג-בארימטע "סידס", וואס באדייט דאס וואס בעיביס שטארבן ל"ע אינמיטן שלאף. פארשער פון די "יעיל מעדיצין שולע" האבן צוזאמגעשטעלט די ציפערן פון באריכטן פון הונדערטער דאקטוירים איבער'ן לאנד, און בלויז 44 פראצענט עלטערן האבן געזאגט אז זיי לייגן זייערע ניי-געבוירענע קינדער שלאפן אויפ'ן רוקן. אין יאר 992' איז די "אמעריקען אקאדעמיע אוו פידיעטריקס" ארויסגעקומען מיט א דעקלעראציע אז צו פארמיידן "סידס", מוז מען לייגן בעיביס שלאפן אויפ'ן רוקן, און נישט אויפן בויך וואס מ'האט ביז דאן געגלייבט אז מען דארף לייגן בעיביס שלאפן. דאקטוירים האבן עס אנגעהויבן אינפארסירן און ווארענען עלטערן, אבער יעצט שטעלט זיך ארויס אז ווייניגער ווי האלב הערן זיך צו צו די ווארענונגען, און דאקטער עווא קאלסאן, פון דער דערמאנטער יעיל שולע, זאגט אז ער איז זיכער אז אויב מער עלטערן וואלטן אויסגעפאלגט, וואלט מען געזען קלענערע פראצענטן פון "סידס" טויטפעלער.

בילד: עקספערטן ווארענען ווידער איבער קינדער שלאף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל