אלבאני – דאס וואס ניו יארק סטעיט אויטאריטעטן נוצן ספעציעלע "פעישעל רעקאגנישאן" טעכנאלאגיע, וועלכע קען אויפכאפן ספעציפישע געזיכטער און אידענטיפיצירן מענטשן, האט שוין געפירט צו מער ווי פיר טויזנט ארעסטן פון פארשוינען וועלכע זענען געווען פארמישט אין אידענטיטעט גניבות און אנדערע שווינדלערייען זינט יאר 10'. די מעלדונג איז געמאכט געווארן דורך גאווערנאר ענדרו קאומא, וועלכער זאגט אז זינט 10', ווען די "מאטאר וויקעל דעפארטמענט" האט באקומען די ספעציעלע טעכנאלאגיע, האט מען שוין אידענטיפיצירט מער ווי 21 מעגליכע קעיסעס פון אידענטיטעט גניבות, וואס דאס האט געהאלפן פארמיידן צוקונפטיגע גניבות און שווינדלערייען. זינט יאנואר יאר 16', ווען די ספעציעלע טעכנאלאגיע איז אויסגעברייטערט געווארן צו ווערן גענוצט צו אידענטיפיצירן צי א בילד פון איין פערזאן פארמאגט מער ווי איין אידענטיטעט, זענען שוין געווען 322 ארעסטן, אריינגערעכנט 122 אין ניו יארק סיטי. קאומא זאגט אז ס'פעלט זיך אויס נאך סטעיט געלטער צו דעקן די טעכנאלאגיע און עס מאכן נאכמער נוצבאר.

בילד: קאומא לויבט אנטי-קרימינאלן טעכנאלאגיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל