סינגאפור – דער אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס האט געמאלדן אז די נעווי וועט דורכפירן א ברייטע אויספארשונג אויף איר פלאטע שיפן, נאכדעם וואס זונטאג נאכט האט פאסירט א פרישער צוזאמשטויס צווישן א נעווי שיף און א ציווילע שיף. דער צוזאמשטויס האט פאסירט אין די וואסערן נעבן סינגאפור, ווען די "יו-עס-עס מעקעין" שיף האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א ליבעריער קארגא שיף, פון וועלכן פינף זעלנער זענען פארוואונדעט געווארן, און שרייבנדיג די שורות זענען צען זעלנער דערווייל פארשוואונדן, און א העפטיגע זוך אקציע איז אונטערוועגנס זיי צו טרעפן. דאס איז שוין די צווייטע אזא סארט אינצידענט, נאכדעם וואס אין יוני האט דער "יו-עס-עס פיצדזשעראלד" אריינגעקראכט אין א קארגא שיף נעבן די וואסערן פון יאפאן, וואס ביי יענעם אינצידענט זענען זיבן נעווי זעלנער אומגעקומען. מעטיס זאגט אז דער פענטאגאן וועט איבערקוקן אלע פראצעדורן וואס ווערן אונטערגענומען אויף אמעריקאנער שיפן ווען זיי פארן אויף רוטינע ציווילע מיסיעס אין אינטערנאציאנאלע וואסערן, צו זען צי עפעס זיכערהייט מאסנאמען ווערן פארנאכלעסיגט.

בילד: נעווי פארשט צווייטע שיף צוזאמשטויס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל