טעקסאס – אויטאריטעטן אין יוסטאן, טעקסאס האבן אנגעקלאגט א 25 יעריגן פארשוין איבער דעם וואס ער האט פרובירט אויפצורייסן א קאנפעדערעיט מאנומענט. די קלאגעס קומען אין א צייט וואס ס'רודערט זיך איבער'ן לאנד מיט די קאנפעדערעיט מאנומענטן, ווען די ליבעראלע באוועגונג וויל אז מ'זאל אלעס אראפנעמען צוליב וואס די קאנפעדערעיט שטאטן האבן געוואלט, בשעת דער אמעריקאנער בירגער קריג, אז שווארצע זאלן בלייבן קנעכט. אויסער די נייעס איבער'ן ארעסט און אנקלאגעס פון ענדרו שענעק, האט מען נעכטן געהערט אז די "אוניווערסיטעו אוו טעקסאס" האט אראפגענומען 4 פון אירע סטאטוען וועלכע זענען געווען אויסגעלייגט לענגאויס דעם אוניווערסיטעט קאמפלעקס, צוליב דער פארבינדונג פון די סטאטוען מיט דער קאנפעדערעיט עפאכע. פעדעראלע פראקורארן זאגן אז וועכטער האבן באמערקט שענעק זיך דרייען פארנט פון דער "גענעראל דאולינג" מאנומענט אינעם הערמאן פארק אין יוסטאן, און מ'האט געפונען אין זיין טאשקע עטליכע דראטן, קלעב און צוויי סארט אויפרייס מאטעריאלן, וואס מ'גלייבט אז ער האט עס געוואלט נוצן צו עקספלאדירן דעם מאנומענט.

בילד: קלאגעס איבער קאנפעדערעיט מאנומענטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל