ארעגאן – אומצאליגע מיליאנען אמעריקאנער בירגער האבן נעכטן זיך אפגעלאזט פון אלעם וואס זיי האבן געהאלטן אינמיטן טאן, און זיי זענען ארויס אויף דער גאס, געהויבן דעם קאפ צום הימל, און באטראכט די זעלטענע ערשיינונג פון דער ליקוי חמה וועלכע איז צום ערשטן מאל אין 99 יאר געזען געווארן אין כמעט אלע אמעריקאנער שטאטן. עס איז ווירקליך געווען וואס צו זען, טראץ וואס א סאך זענען געווען סקעפטיש צי מ'וועט עפעס בכלל באמערקן, און מיט די ספעציעלע ליקוי חמה ברילן האט מען געקענט קלאר זען וויאזוי די זון ווערט צוביסלעך מער און מער באדעקט פון דער לבנה, און דערנאך וויאזוי עס ווערט צוריק אויפגעדעקט. אין יעדן גאס ווינקל אין די היימישע געגנטער אין ניו יארק, האט מען געזען אידן, אידענעס און קינדער שטיין גרופעווייז מיט די ספעציעלע ברילן אויף די אויגן און מיטהאלטן די ליקוי חמה. אין עיר הבירה וואשינגטאן, איז דער פרעזידענט ערשינען אויפ'ן "טרומאן באלקאן" און מיטגעהאלטן די ליקוי חמה. פאר א וויץ, האט ער ארויפגעקוקט צו דער זון פאר א סעקונדע, און א ווייסער הויז איינגעשטעלטער האט געשריגן צו אים "קוק נישט!" האט ער זיך דאן אנגעטאן די ברילן. אויב האט איר פארפאסט די נעכטיגע ליקוי חמה, זייט נישט באזארגט, ווייל אין בערך 7 יאר ארום וועט געזען ווערן נאך אזא שטארקע ליקוי חמה העכער די פאראייניגטע שטאטן. פארצייכנט אייך דעם דאטום: כ"ט אדר ב' שנת תשפ"ד.

בילד: מיליאנען האלטן מיט ליקוי חמה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל