וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט פרישע אנטוויקלונגען איבער פרעזידענט טראמפ'ס ווידערוויילונג קאמפיין, מיט א "פאליטיקא" באריכט וועלכע צייגט אז דער טראמפ קאמפיין ארבעט אקטיוו אויף עטליכע פראנטן צוצוגרייטן דעם ווידערוויילונג קאמפיין, וואו טראמפ גרייט זיך צו לויפן קעגן א גרויסן פעלד פון דעמאקראטישע קעגנער, און אויך מעגליכע רעפובליקאנער וואס וועלן זיך ארויסשטעלן קעגן אים. ווי דער באריכט לויטעט, וועט טראמפ אנטיילנעמען ביי פאנדרעיזינג אווענטן כמעט יעדע וואך אין לויף פונעם אנקומענדיגן הערבסט סעזאן, און ער וועט אנפילן זיין קאמפיין קאסע מיט צענדליגער מיליאנען דאלארן. באזונדער האלטן זיינע געהילפן א גאר נאענט אויג אויף א גרויסער ליסטע פון דעמאקראטן וועלכע וועלן מעגליך לויפן פאר פרעזידענט. דער באריכט איז פובליצירט געווארן אינעם זעלבן טאג וואס די רעפובליקאנער סענאטארשע סוזען קאלינס האט געזאגט אז זי ווייסט נישט צי טראמפ וועט בכלל באקומען די רעפובליקאנער פארטיי'ס נאמינאציע צו לויפן פאר א צווייטן טערמין.

 בילד: פרעזידענט טראמפ און עלעקשאן 020'

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל